Far vos (…ikh shrayb)

פֿאַר װאָס (…איך שרײַב)

דער עסטרײַכישער שרײַבער קלאַוס עבנער שטעלט זיך אַ פֿראַגע, וואָס אַ סך לייענערינס, לייענער און זשורנאַליסטן האָבן אים שוין געשטעלט: פֿאַר װאָס שרײַבט ער ליטעראַטור? דורכדעם וואָס ער באַטראַכט זײַן אייגענע קינסטלערישע אַנטוויקלונג — אַרײַנגערעכנט די ערשטע סימנים אין קינדשאַפֿט און אין שול — פּרוּווט ער צו געבן אַן ענטפֿער אין דעם דאָזיקן אויטאָביאָגראַפֿישן עסיי. דער עסיי איז ערשט געשריבן געוואָרן אויף דײַטש און שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן דורכן מחבר אַליין אין עטלעכע שפּראַכן, צווישן זיי אויך ייִדיש.

דאָס בוך קען מען קריגן אין אַלע אַמאַזאָן־אָנליין־קראָמען.

This book is available from all Amazon Online Shops worldwide, such as  Amazon US,  Amazon FR, or  Amazon DE. 


די פֿראַגע

ווי פֿון זיך אַליין שטעלט זיך יעדער שרײַבער אַ מאָל די פֿראַגע, פֿאַר װאָס ער אָדער זי שרײַבט בכלל. אַזוי, אָדער עפּעס ענלעך, האָב איך עס שוין עטלעכע מאָל געלייענט — אין אַרטיקלען און קאָמענטאַרן, און מסתּמא אויך אין דער צווייטיקער ליטעראַטור פֿון ליטעראַטור־וויסנשאַפֿט. נאָר איז עס טאַקע אַזוי?

איך מײן, אַז עס איז אַ ביסל אַנדערש. נישט די שרײַבנדיקע אַליין קומען אויף דער פֿראַגע צוליב אַן אינערלעכן דחף; זי קומט צו זיי פֿון דרויסן — פֿון זייער סביבה, פֿון לייענערינס און לייענער, פֿון פֿרײַנד און משפּחה און, נישט צו פֿאַרגעסן, פֿון זשורנאַליסטן און ליטעראַטור־פֿאָרשער. זיי ווילן דערגיין, וואָס טרײַבט אַ מענטש צום שרײַבן אָדער, ווי מען הערט אַ מאָל, וווּ עס ליגט דער מקור פֿון דער אינספּיראַציע, וואָס מאַכט פֿון בעצם גאַנץ אָנשטענדיקע בירגער שרײַבערינס און שרײַבער.

די פֿראַגע „פֿאַר װאָס שרײַבן?“ קלינגט כּמעט ווי אַ פֿאָדערונג, מען זאָל זיך באַרעכטיקן. אָבער פֿאַר װאָס דאַרף מען זיך באַרעכטיקן? כּמעט זעט אויס, ווי שרײַבערינס און שרײַבער וואָלטן אין די אויגן פֿון דער געזעלשאַפֿט געווען אָפּווײַכער: אַוטלאָז, אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע טאָג־חלומערס און משוגעים. נו, אַ קליין ביסל משוגע זײַנען מיר אפֿשר טאַקע. גיין נאָך אַן אינערלעכן רוף, וואָס אין רובֿ פֿאַלן ברענגט אַ סך אַרבעט און ווייניק געלט — און נאָר זייער ווייניקע אויסדערוויילטע קענען זיך דערפֿון דערהאַלטן — האָט, אָביעקטיוו גערעדט, גאַנץ ווייניק צו טאָן מיט עקאָנאָמישן טראַכטן און נאָך ווייניקער מיט שׂכל.

די פֿראַגע, פֿאַר װאָס איך שרײַב, האָב איך זיך, צו זאָגן דעם אמת, קיינמאָל נישט געשטעלט. שרײַבן איז אַ טייל פֿון מײַן זעלבסטווערט, אַן אויסדרוק פֿון מײַן פּערזענלעכקייט, און איך קען עס מיר אַזוי ווייניק אַוועקטראַכטן ווי איינע פֿון מײַנע גלידער. אָבער פֿאַרשטייט זיך, אויך מיך האָט מען אָפֿט געפֿרעגט. אין רובֿ פֿאַלן האָב איך אָנגעקוקט דעם מענטש אַנטקעגן מיר מיט אַן אָפֿן מויל — הייסט עס, אַ ביסל נאַריש — און נישט געוווּסט, וואָס איך זאָל ענטפֿערן. מסתּמא האָב איך אַפֿילו נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס מען וויל פֿון מיר. אָבער מיט דער צײַט האָט די פֿראַגע מיך דאָך גענומען פֿאַרנעמען, און איך האָב לאַנג וועגן איר נאָכגעטראַכט.

די פֿראַגע „פֿאַר װאָס?“ איז דאָך גאָר נישט אַזוי פּשוט. כּדי זיך צו דערנענטערן צו איר און צום סוף אפֿשר צו געפֿינען אַ האַלטבאַרן ענטפֿער, דאַרף איך צוריקקוקן: ווי האָט זיך דאָס אַלץ אַנטוויקלט? ווי און פֿאַר װאָס בין איך, אין די ערשטע יאָרן און אין מײַן קינדשאַפֿט, ביסלעכווײַז געוואָרן דער מענטש, וואָס איך בין הײַנט?


דאָס בוך קען מען קריגן אין אַלע אַמאַזאָן־אָנליין־קראָמען.

This book is available from all Amazon Online Shops worldwide, such as  Amazon US,  Amazon FR, or  Amazon DE. 


דער דעקל איז אויסגעשטאַלט געוואָרן פֿון קלאַוס עבנער, מיט אַ בילד פֿון דזשאַנעט גוטש אויף פּיקסאַביי און אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון קאַרל גראַבהער.